Advertisement · 728 × 90
#
Hashtag

#yiddishdiary

Advertisement · 728 × 90

איך האָב באַקומען אַ "מיר האָבן דעם זעלבן משפּחה-נאָמען - זענען מיר אפשר קרובים??" בליצבריוו הײַנט, און דעם אמת געזאָגט איך האָב עס נישט ליב. געניאַלאָגיע איז מיר אינטערעסאַנט, אָבער נאָר ווען איך זוך אַ יורש וואָס קען מיר געבן אַ דרוקרעכט. מײַן אײגענע איז נישט אַזוי אינטערעסאַנט! #yiddishdiary

0 0 0 0

די קינדער האָבן זייער גוט געשפּילט צוזאַמען, הײַנט און אויך דעם סוף-וואָך! אוודאיאַ ביסל קריגעריי, אָבער ס'איז שיין צו זען אַז זיי ביידע פֿאַרשטיין זיך אַ ביסל בעסער, אַז זיי ווילן אַז ביידע קענען הנאה האָבן פֿון דער שפּיל 💕 #yiddishdiary

2 0 0 0

מיר זענען געגאַנגען אין אַ טיש-שפּיל-קראָם הײַנט מיט זייער אַ שיינע אַטמאָספֿערע. ס'איז געווען אַ ביסל ענג, אָבער יעדער איינער איז געווען העפֿטלעך מיט אַנדערעס, און פינף מענטשן אויסער אונדז האָבן געטראָגן מאַסקעס, איך האָף אַז די קינדער וועלן ווערן טיש-שפּיל-מענטדן, ווייל זיי וועלן אַלע מאָל געפינען חברים. #yiddishdiary

4 0 0 0

איך דאַרף זוכן אַ נייע אַרבעט, און איך וויל נישט בלייבן אין פֿאַרלאַגעריי. איך האָב אַ ביסל מורא, אָבער איך מוז געפֿינען עפּעס ניי. ווי אַזוי זוכט מען אַ צווייטע קאַריערע? #yiddishdiary

5 0 4 0

עפּעס וואָס איך האָב ליב: איך פֿרעג ביי דער זון "וואָס האָסטו געטאָן אין שולע הײַנט?" און ער דערציילט מיר אַלץ. ווער האָט געוווּנען דער לויף-פֿאַרמעסט, ווער האָט זיך געקריגט, ווער איז געקומען מיט אַ שפּילצײַג פֿון דער היים...דאָס עלטערן קינד האָט מיר נישט געזאָגט גאָרנישט אין קינדערגאָרטן! ס'איז זייער שיין 💕 #yiddishdiary

3 0 1 0

איך האָב געשמועסט מיט *דריי* חברטעס הײַנט (צוויי אויפן קאָמפּיוטער און איין פּנים-אַל-פּנים), און ס'איז געווען זייער שיין. זיי האָבן אַלע שווערע זאַכן אין די לעבן, אָבער הײַנט האָבן מיר גערעדט וועגן נאַרישע הנאהדיקע זאַכן, און איך מיין אַז עס האָט אונדז געהאָלפֿן. #yiddishdiary

1 0 0 0

איך האָב גערעדט מיט מײַן איבערזעצונג-גרופּ אויף זום הײַנט, *און* איך האָב באַקומען אַ בליצבריוו פון מײַן רעדאַקטאָרין וועגן אַן אַנדערן איבערזעצונג. אפשר בין איך...אַן אמתדיקן מענטש? און נישט נאָר אַ מאַמע פון אמתדיקע מענטשן? #yiddishdiary

4 1 2 0

הײַנט איז געווען זוניק, און דער זון איז געווען איבערגליקלעך - ער האָט אונדז געבעטן צו גיין אין צענטער-שטאָט צו שפּילן אין זײַן באַליבסטן שפּילפּלאָץ, און דאָרט האָט ער געלאָפֿן און געלאָפֿן מיט פרייד. ער האָט טאַקע פֿײַנט ווינטער, איך פֿיל זיך אַ ביסל שולדיק אַז מיר וווּינען אין קאַנאַדע... #yiddishdiary

3 0 0 0

מײַן טאַטעקמאַמע זענען געפֿאָרן קיין אַלבערטע הײַנט, צו באַזוכן מײַן שוועסטער און פּלימעמיק. איך פֿיל זיך אַ ביסל עלנט, אָבער ס'איז אויך גוט צו זײַן נאָך אַ מאָל אין אַ הויז מיט נאָר פֿיר מענטשן 😅 #yiddishdiary

4 0 1 0

אוי, דאָס עלטערן קינד האָט אַ הוסט (נאָך אַ מאָל) און וועט בלייבן אין דער היים מאָרגן. און...זיי זענען נישט צופֿרידן! זיי ווילן גיין אין שולע!! די נייע לערערין איז ווי אַ נס 🤩 #yiddishdiary

4 0 1 0

מיר זענען געגאַנגען נאָך אַ מאָל אין טאָל הײַנט - די עלטערן האָבן זייער ליב צו שפּאַצירן דאָרטן מיט די קינדער. עס דערמאָנט מיר אויך פון מײַנע קינדער-יאָרן! מאָרגן איז שולע, און איך מיין אַז די קינדער וועלן נישט זײַן צופֿרידן 😬 #yiddishdiary

1 0 0 0

דאָס עלטערן קינד האָט מיר געזאָגט אַז זיי עצה'ן אַלע זייערע שולעפֿריינד צו נוצן duckduckgo און נישט Google אין קלאַס.
"וואָס זאָגסטו זיי וועגן duckduckgo?"
"נאָר אַז מע קען עס נוצן ווי Google, אָבער ס'איז אָן AI."
"דאַרפֿסטו זאָגן פֿאַרוואָס AI איז שלעכט?"
"ניין. זיי ווייסן שוין."
אפשר...אַ ביסל האָפֿענונג?
#yiddishdiary

2 0 2 0

דער וועטער איז געווען אַזוי שיין הײַנט! מיר זענען געפֿאָרן קיין Evergreen Brickworks, אַן אַלטע ציגל-פֿאַבריק וואָס איז יעצט אַ שיינע פּלאָץ צו שפּאַצירן, מיט אַ סך נאַטור און פֿייגלעך און אַ געשעפֿט וואָס פֿאַרקויפֿט אָנטאַריאָ געוויקסן. מיר האָבן געגעסן אַ פּיקניק-מיטאָג און אויפגעקוקט די טשערעפּאַכעס 💕 #yiddishdiary

4 0 1 0

אונדזער סדר איז געווען זייער אַ שיינער, און ס'איז געווען אַזוי גוט צו פֿאַרברענגען מיט די עלטערן 🥰 ס'איז רירנדיק צו זען ווי יעדעס יאָר די קינדער קענען בעסער פֿאַרשטיין פּסח און דעם סדר. איך וווּנטש אייך אַלע אַ זיסן פּסח 💕 #yiddishdiary

6 0 2 0

מײַן טאַטע-מאַמע זענען דאָ 🎉 הײַנט האָבן מיר שפּאַצירט לאַנגזאַם אין געגנט, געקויפֿט טיי און קיכלעך ביי אונדזער באַליבסטע קאַפֿע, און זיך געשפּילט מיט די קינדער אין שפּילפּלאָץ נאָך שולע. ס'איז טאַקע געווען אַ פֿאַרגעניגן 🥰 #yiddishdiary

3 0 0 0

דאָס עלטערן קינד'ס קלאַס שפּילן "Jeopardy" פֿרייטיקס, און הײַנט ס'איז דאָ געווען אַ פּאָר פֿראַגעס וועגן האַרי פּאָטער. דאָס קינד האָט געזאָגט אַז זיי לייענען עס נישט, ווייל "די שרייבערין נוצט איר געלט צו טאָן שלעכטע זאַכן אין דער וועלט". איך האָב נישט געוווּסט אַז זיי צוהערן אַזוי גוט ווען מיר רעדן 🥰 #yiddishdiary

4 0 1 0

איך פֿיל זיך אַ ביסל אַנטמוטיקט הײַנט. איך זוך מײַן אָרט אין יידישלאַנד, אָבער יעדער איינער איז אַזוי קלוג און אַקאַדעמיש, און האָט זיך געלערנט יידיש זייער יונג, און איך בין דאָ, אַ מיטליאָריקע מאַמע מיט קיינער וואָס וואָלט געקענט מיר שרייבן אַ בריוו פון רעקאַמענדאַציע.
סיי-ווי, מיר געבן נישט אונטער 💪 #yiddishdiary

5 0 1 0

מיר האָבן געזען אַן אָפּאָסום אין גאָרטן, הײַנט אין דער פֿרי! איך מיין אַז ס'איז געווען אַ פֿרוי-אָפּאָסום, ווײַל זי האָט געהאַט עפּעס ווי אַ זאַקל אין בויק. זי האָט מיר אויסגעזען ווי אַ קליינע באָבע מיט אַ פֿוטערן מאַנטל, אַ ביסל אָפּגעכוימלט. איך האָף אַז זי וועט אונדז באַזוכן נאָך אַ מאָל #yiddishdiary

4 0 0 0

די וועלט-נייעס זענען נאָך אַ מאָל שלעכט, אָבער איך בין געפֿאָרן אין צענטער-שטאָט הײַנט און האָב געקויפֿט אַ סך מצה, און יעצט קוק איך שטאַרק אַרויס צו פּסח 🥰 #yiddishdiary

3 0 0 0

פֿינפֿטן טאָג פֿונעם מאַרץ הפסקה.
וועטער: רעגן, אַ סך רעגן, צו פֿיל רעגן.
מיר האָבן נישט געקענט אַרויסגיין אין דער פֿרי (צוליב דעם רעגן) אָבער נאָכמיטאָג בין איך געגאַנגען אין ביכערקראָם מיטן עלטערן קינד. מיר האָבן געקויפֿט צוויי "פּערסי דשזאַקסאָן" ביכער און דאָס קינד איז זייער צופֿרידן 💕 #yiddishdiary

2 0 0 0

פֿערטן טאָג פונעם מאַרץ הפסקה.
וועטער: וואַרעמער.
מיר האָבן שפּאַצירט אין געגנט, און דערנאָך פֿאַרבראַכט אין דער היים. דאָס עלטערן קינד האָט געמאָלט אַ סך פֿענער; דער זון האָט געלייענט אַ גאַנץ ביכל און איז זייער שטאָלץ 😊 #yiddishdiary

2 0 1 0

דריטן טאָג פֿונעם מאַרץ הפסקה.
וועטער: קאַלט, זוניק
מיר זענען געגאַנגען אין טאָל! ס'איז געווען זייער שיין צו זען דעם טאָל נאָכן לאַנגן וויטער. מיר האָבן געזען עטלעכע פייגל, די קינדער האָבן זיך געשפּילט מיט אײַז, אלץ איז געווען הנאהדיק . און מײַן ליטעראַטור-קלאַס דעם אָוונט איז געווען זייער אינטערעסאַנט! #yiddishdiary

0 0 0 0

צווייטן טאָג פון מאַרץ הפסקה.
וועטער: שניי ❄️
די קלאָגטויבן זענען צוריקגעקומען קיין טאָראָנטאָ, און זיי זענען געווען נישט צופֿרידן מיטן קאַלטן וועטער. מיר האָבן געשליטלט אויף אַ בערגל נעבן אונדז. אַ ביסל ווינטערדיק, אָבער מיר האָבן געהאַט אַ סך הנאה 😊 #yiddishdiary

0 0 0 0

ערשטן טאָג פֿונעם מאַרץ הפסקה.
וועטער: רעגן.
מיר זענען געפֿאָרן מיט סקוטערס צום פּאַרק (נאָכן רעגן). דאָס עלטערן קינד האָט אָנגעהויבן זיך צו לערנען כינעזיש, מיט אַן אַפּ. דער זון ווילט אפילו נישט לערנען זיך צו לייענען ענגליש 💀 (אָבער ער מאָלט דינאָזאַווערס זייער שיין) #yiddishdiary

4 0 1 0

2/2 איך ווייס אַז דאָס איז זייער נאָרמאַל אין גרויס-בריטאַניע, אָבער ס'איז אַ ביסל קאָמיש צו זען נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל, פֿאַרשידענע מענער אין פֿאַרשידענע שטעט, אַלע באַשרייבן דעם זעלבן זונטיק.
סיי-ווי, מײַן חברטע האָט נישט ליב קיין "סאָנדיי ראָוסט" און איז יעצט אַ ביסל מקנא פֿון מיר, אַ ביסעקסואַליסטקע 🤭 #yiddishdiary

2 1 1 0

מיר האָבן געלייענט לידער פֿון אַננאַ מאַרגאָלין אין ליטעראטור-קלאַס הײַנט - ס'איז געווען מײַן באַליבסטע וואָך פֿונעם קורס. איך האָב אַ גרויסע חשק צו לייענען אַ סך לידער אויף יידיש און צו *וויסן עפּעס* וועגן דעם יידישן קאַנאָן, אָבער ליידערהאָב איך נישט קיין סך צײַט...איך גיי אַלעמאָל פּאַמעלעך... #yiddishdiary

1 0 0 0

דער וועטער איז זייער שיין הײַנט, און איך קוק פּלוצלינג שטאַרק אַרויס צו פּסח. ס'איז אַ גרויסע מחיה צו האָבן אַ סדר יעדעס יאָר מיט קינדער אַ יאָר עלטער, מער קלוג, מיט אַ שטאַרקער פֿאַרשטאַנונג פֿון די חגים 🥰 #yiddishdiary

0 0 0 0
Planktonia – Erich Hoyt Books

מיר האָבן באַזוכן דער זונס חבר הײַנט, און מיר האָבן אַלע הנאה געהאַט. די יינגלעך האָבן זיך געשפּילט מיט לעגאָ און מיט באַלעמס, און דערנאָך דער חבר האָט אונדז באַווייזן אָט-דאָס שיינעם בוך וועגן פּלאַנקטאָן. ער האָט אונדז געלערנט אַ סך! #yiddishdiary
erichhoytbooks.com/shop/plankto...

1 0 0 0

ס'איז געווען אַזוי שיין! פֿאַר מיר ס'איז אַלע מאָל רירנדיקע צו גיין אין אַן אָרט מיט געווען אַ סך מאָדנע דערוואַקסענערס, וואָס קענען גוט פֿאַרשטיין מײַנע מאָדנע קינדער. און דער וועטשערע איז אויך געווען זייער געשמאַק! עמעצער האָט אפילו מיר געבעטן פֿאַר מײַן חלה-רעצעפּט 😁 #yiddishdiary

3 0 0 0

הײַנט וועלן מיר האָבן קבלת שבת מיט אונדזער נייע קהלה, אין מערב-טאָראָנטאָ. עס וועט זײַן אונדזער ערשטן מאָל צו האָבן קבלת שבת מיט די קינדער - איך האָב אַ ביסל מורא, אָבער איך האָב שטאַרק ליב קבלת-שבת און איך האָף אַז זיי וועלן עס אויך ליבהאָבן 🤞 #yiddishdiary

2 0 1 1